אפאר וואכען צוריק בין איך אנגעקומען פרי אין שוהל, נישט מער געדאכט. קיין סאך נערווען צו דאווענען האב איך נישט געהאט האב איך מיך אומגעקערט צום קאווע שטיבעל. צי מיין מזל האט מען נאך נישט געהאלטען ביי 'ברוך שאמר' אין די 'רוצה להיות גבאי' - אדער ווי ער רופט זיך די 'קאווע גבאי' - האט נאך נישט באהאלטען די מילך.
"א גיט שאבעס" רוף איך מיך אן צו די שכן מיינס מיט די נאסע פיאות גראד ארויס פון מקוה.
"נו אההה" ענפערט ער מיר מיט א האלבען שמייכעל. זעהט זיך אויס ער רעדט נישט פאר'ן דאווענען.
די געווענליכען ליידיגייערס, די 'באם'ס ווי מען האט זיי ליב צו רופען ביי אונז, האבען שוין גיהאט אדארעך געטוהן די נושא פין הילערי און אובאמא. יעצט האבען זיי זיך געאמפערט צי די ניו יארק טיימס האט פיינט אידען אדער זיי האבען נאר א שנאה צי די רעפובליקאנער. די גבאי איז שוין געווען אויפען וועג ארויס שטיל צי מאכען די גערודער אין די הויכער יונגערמאן מיט די גראבע קליינע אויגען ברילען האט געפרובט אריין צי זאגען זיין דעה נאך פאר די גבאי טרייבט עם אריין - זיינע בנים האט ער שוין לאנג אריינגעשיקט צי "דאווענען א אידיש ווארט".
איך האב גענומען א דיספאזעבעל בעכער וואס האט נישט אויסגעקוקט צי שמוציג אין עס אויס געוואשען מיט קאלט וואסער ווי ווייט מעגליך. עפעס א פריש פארהייראטען האט זיך אהין געשטעלט נעבען דער הייסע וואסער אין אנגעפילט זיין גלאז. איך האב אריינגעלייגט א האלבען לעפעל קאווע - אן קיין לעפעל, פארשטייט זיך, מיט א האלבען לעפעל צוקער, נישט מער חלילה, זאל די אשת חיל נישט מאכען קיין בהלה ווען איך בין מקיים די מצוה פין שטיין אויף די וואגשאהל. דער פרישער שנה ראשונה'דיגער יונגערמאן האט אויפגעמאכט אפאר קעלבענע אויגען אויף מיר. וואס איז? דיין רעביצין לאזט דיר גארנישט קיין צוקער האב איך געפרעגט שטילערהייט - גענוג שטיל אז קיינער זאל נישט הערען. איך בין צוגעגאנגען צי די הייס וואסער קעסעל אין מיר אנגעגאסען אביסעל הייס וואסער אין געזוכט די מילך.
די גבאי איז שוין געשטאנען דארט אין די קרעמעל איז שוין געווען שא שטיל - אלעס קוקט אויף מיר. זייענדיג בטבע א שעמעדיגער בין איך גלייך רויט געווארען ווי א טאמאטע - אזוי ווי מיין אשת חיל רופט מיין דם התמצית.
"דער וואסער איז נישט יד סולדת בו?" פרעגט מיר דער נאסע בארד מיט די ווייסע זאקען.
ריבונו של עולם ווי אזוי קען מען פארגעסען...
"עה", האב איך עם געזאגט מיט א געמאכטע ביטול, "קוק צו". איך האב אריין געלייגט מיין הענט אין דער קאווע.
ביי דער סעודה האב איך געזאגט פאר מיין ווייב אז די ברי איז פין די קוגעל ביי די קידוש. "אה, מזל טוב. ווער האט געהאט א בעבי?" וויל זי וויסען.
"וואס ווייס איך. די נייער יונגעלייט. א הויכער, נאסע בארד, פרישע פנים, שווארצע ברילען מיט ווייסע זאקען" זאג איך.
"נאסע בארד?" פרעגט זי. "דאס ווייב זיינס טראגט א שפיצעל? איך מיין איך קען איר".
יום שלישי, 26 בפברואר 2008
הירשם ל-
תגובות לפרסום (Atom)
אין תגובות:
הוסף רשומת תגובה